Daniel Galay’s words on receiving his lifetime achievement award
ד״ר שׂרה זיו — פֿאָרזיצערין; פֿרוי יהודית סולל — גענעראַל דירעקטאָרין פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור; חשובֿער עולם:
ווען כ’בין געווען פֿינף יאָר אַלט, אין בוענאָס־אײַרעס, האָט מיך מײַן מוטער צום ערשטן מאָל געבראַכט צו דער פּיאַנע־לערערקע צוויי גאַסן פֿון אונדז. זי האָט מיר נישט געפֿרעגט. און איך האָב איר נישט געבעטן. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די גאַנצע מעשׂה.
ווען כ’בין אַלט געווען זיבן יאָר פֿלעג איך זונטיק גיין אין דער מאַטינע־ פֿאָרשטעלונג פֿון איפֿט־טעאַטער וווּּ מײַן פֿאָטער האָט געשפּילט. אויף ייִדיש, פֿאַרשטענדלעך. וואָך אײַן, וואָך אויס אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן. דאָרטן האָב איך אָנגעזאַפּט די לויטערע קלאַנגען פֿון אונדזער מאַמע־לשון און אויך געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן ווי ס’ייִדישע פֿאָלק, אַ מאָל אַ באַבערדלטער און אַ מאָל נישט, שטייט, גייט און טאַנצט אויף דער בינע. די מאַסן־סצענעס האָבן מיך פֿאַרכאַפּט און באַגלייטן מיך אַ גאַנץ לעבן, ביז הײַנט־צו־טאָג.
אין 1975 איז פֿאָרגעקומען מײַן פּרעמיערע־קאָנצערט אויף ביאַליק גאַס אין זאַל פֿון דער צענטראַלער מוזיק־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרט האָב איך געהאַט אַ שוידערלעכע איבערלעבונג. אַ לאַנגיאָריקער קאָמפּאָזיטאָר, בײַ וועמען כ’האָב דערוואַרט אַ פּאָזיטיווע רעאַקציע, האָט רעאַגירט קאַלט אויף מײַן אויפֿטריט, ממש ווי ער וואָלט ניט געווען דערבײַ. ס’הייסט אַז פֿון מײַן ערשטן קאָנצערט אָן האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז די מוזיקוועלט איז תּמיד פֿאַרבונדן מיט ראַנגלענישן, רײַסערײַען און מע דאַרף האָבן אַ שטאַרקן ווילן, צו קענען זיך אויספֿלאַסטערן דעם אייגענעם וועג אין דער קונסטוועלט.
- Read full article, click here.