6 Hannukah hymns from Morocco to Poland
מיט די חנוכּה־ און פּסח־לידער איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן ווי אַזוי פֿאַרשידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס האָבן אײַנגעגלידערט די אוראַלטע לידער און זיי צוגעפּאַסט צו די מוזיקאַלישע סטילן פֿון זייער אַרום.
מיר הייבן אָן מיט אַ פּיוט, וואָס איז מסתּמא דער סאַמע עלטסטער; ווי אַלע באַקאַנטע פּיוטים, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער אַרגענטינער חזן פּנחס באָרענשטיין זינגט אים, באַגלייט דורך אַ כאָר.
די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגענעם ניגון אויף „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.
אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען דעם פּיוט אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע פֿירט אויף „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מימון כּהן.
נאָך אַן אור־אַלטן פּיוט, וואָס מע זינגט אום חנוכּה איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
- Read full article, click here.