אַלבאָם ייִדישע לידער נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“
די יערלעכע „פּוליצער־פּריזן“, וואָס ווערן אויסגעטיילט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, זענען מסתּמא די חשובֿסטע אַמעריקאַנער פּרעמיעס לכּבֿוד דער אַרבעט פֿון זשורנאַליסטן. קאָלומביע־אוניווערסיטעט טיילט אויך אויס „פּוליצערס“ פֿאַר אויסגעצייכנטע ביכער און מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. להיפּוך צו כּמעט אַלע באַרימטע פּריזן אַזוי ווי די אָסקאַרס און גרעמיס, וואָס לאָזן וויסן פֿון פֿריִער וועלעכע אַקטיאָרן צי מוזיקער מע האָט נאָמינירט, ווייסט קיינער ניט ביז מע אַנאָנסירט די געווינער, וועמען מע האָט שוין געהאַט נאָמינירט פֿאַר די „פּוליצערס“. (דער קאָמיטעט פֿון די „נאָבל־פּרעמיעס“ זאָגט אויך ניט אויס וועמען מע האָט נאָמינירט אַחוץ דעם געווינער ביז 50 יאָר שפּעטער!)
מאָנטיק האָט מען געלאָזט וויסן, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“ פֿאַר זײַן אַלבאָם לידער ”און אַלע טעג זענען געווען פּורפּורן“, וואָס נעמט אַרײַן לידער פֿון אַנאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן און אַבֿרהם סוצקעווער באַגלייט פֿון ווײַזערס קאָמפּאָזיציעס.
כאָטש דער אַלבאָם האָט באַקומען גוטע אָפּרופֿן אין דער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט אַ גלענצנדיקע רעצענזיע אינעם „ניו־יאָרקער“, איז אַן אַלבאָם ייִדישע קונסטלידער ניט דער מין פּראָיעקט, וואָס ווערט אָפֿט נאָמינירט פֿאַר אַזאַ חשובֿער פּרעמיע. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די „פּוליצער“־מוזיק־זשוריען אָבער אויסגעקליבן אַ גרעסערע גאַמע פּראָיעקטן ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן, ווען די זשורי־מיטגלידער זענען באַטראַכט געוואָרן ווי קינסטלעריש קאָנסערוואַטיווע. אין 2018, למשל, האָט דער ראַפּער קענדריק לאַמאַר געוווּנען פֿאַר זײַן אַלבאָם DAMN און הײַיאָר האָט מען אויסגעטיילט די פּרעמיע אַנטאָני דייוויס פֿאַר זײַן אָפּערע וועגן די פֿינף אומשולדיקע ניו־יאָרקער אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער ייִנגלעך, באַקאַנט ווי די „צענטראַל־פּאַרק־פֿינף“, וועמען מע האָט אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה אויף לאַנגע יאָרן פֿאַר אַ ברוטאַלן אָנפֿאַל אויף אַ פֿרוי, וואָס זיי זענען ניט באַגאַנגען. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ דאַנק איר הײַנטיקן ברייטן פֿאַרנעם קען די זשורי אויך אָפּשאַצן ייִדישע לידער.
- Read full article, click here.
- Buy this CD, click here.