WATCH: Benjy Fox-Rosen performs Bardichever’s lament, “Doina”
ווען בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק און זיך באַזעצט אין ווין מיט אַ פֿיר־פֿינף יאָר צוריק, האָט די ניו־יאָרקער קלעזמער־סבֿיבֿה פֿאַרלוירן איינער פֿון זײַנע נאָוואַטאָרישסטע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן. צום גליק קען מען, אַ דאַנק „יוטוב‟, געניסן פֿון זײַנע אויפֿטריטן אין ווין.
דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געשריבן וועגן בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, איז עס געווען אין שײַכות מיט זײַן אויסגעצייכנטן אַלבאָם „צוויי וועלטן‟, דורך וועלכן ער נעמט 12 ווייניק באַקאַנטע לידער פֿון מרדכי געבירטיג און שטעלט זיי פֿאָר ווי אַ „קאָנצעפּט־אַלבאָם‟ נוסח דער ראָקגרופּע „פּינק־פֿלויד‟ — דאָס הייסט, כּדי צו פֿאַרשטיין איין ליד פֿונעם אַלבאָם, דאַרף מען באַטראַכטן דעם אַלבאָם ווי אַ גאַנצקייט. כאָטש די לידער אַנטפּלעקן ראָזענס פֿעיִקייטן מיט דזשעז, ראָק, און דער אַוואַנגאַרדישער אימפּראָוואַציע־מוזיק, איז ער אויך שטאַרק באַהאַוונט, קודם, אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע.
https://www.youtube.com/watch?v=RW2AKLRthQU
Read full article, click here.