Simjas Toire oif der Gantzer Velt
אין פֿאַרגלײַך מיט דער קנאַפּער צאָל סוכּות־לידער אויף ייִדיש, זענען פֿאַראַן אַ סך לידער און אַלטע ייִדישע ניגונים לכּבֿוד שׂמחת־תּורה.
דער יום־טובֿ, דער פֿריילעכסטער פֿונעם ייִדישן לוח, איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאַראַדן און מאַרשן מיט די ספֿרי־תּורה, ווי אויך פֿאַרן משׂמח זײַן זיך אויף די גאַסן. ניט קיין חידוש וואָס די מוזיק פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ איז געוויינטלעך זייער ענערגעטיש און פֿריילעך.
דאָס באַקאַנטע ליד „שׂמחת־תּורה‟ („קינדער, מיר האָבן שׂמחת־תּורה, שׂמחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט‟) איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿונעם באַקאַנטן פֿאָלקספּאָעט און זינגער מאַרק וואַרשאַווסקי און איז, אַ דאַנק חנה מלאָטעק, פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורך די אַרבעטער־רינג־שולן אין די 1960ער יאָרן. דאָס ליד איז אָבער געוואָרן ברייט באַקאַנט ערשט אין די 1990ער אַ דאַנק דעם, וואָס די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן רעקאָרדירט דאָס ליד אין אַ נײַער אַראַנזשירונג פֿון פֿרענק לאָנדאָן. דער נוסח, וואָס די קאַפּעליע האָט רעקאָרדירט צוזאַמען מיטן לעגענדאַרן פֿידלער יצחק פּערלמאַן אויף זײַן אַלבאָם „אינעם פֿידלערס הויז‟ קען מען הערן ווי אַ טייל פֿון אַ חנעוודיקן אַנאַמאַציע־פֿילם, געמאַכט מיט לײמענע ליאַלקעס.
אַ באַקאַנטע קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן לכּבֿוד שׂמחת־תּורה, וואָס הייסט פּשוט „שׂמחת־תּורה‟, האָט געשפּילט אייב שוואַרצס „ייִדישער אָרקעסטער‟ אין די 1910ער און 1920ער יאָרן. אָט קענט איר הערן זייער נוסח פֿונעם ליד, וואָס די פֿירמע „קאָלומביע‟ האָט אַרויסגעלאָזט אויף אַ פּלאַטע אין 1917.
דאָס ליד שפּילט אויך די מאָדערנע קלעזמער־קאַפּעליע „חבֿרותא‟ אין אַ מער ערנסט, רוחניותדיקן נוסח מיט בלויז סטרונע־אינסטרומענטן, פֿידל און צימבל.
Read More:
https://forward.com/yiddish/433289/watch-songs-and-music-for-simchas-torah/