Moyshe Oysher Performs Kol Nidre
די גרויסע אָנהענגער פֿון חזנות דעבאַטירן שוין יאָרן לאַנג, ווער פֿון די גרויסע חזנים פֿון אַמאָל האָט צום בעסטן געזונגען „כּל נדרי‟. דעם ענין קען מען אַרומרעדן אָן אַ סוף (מײַן אויסקלײַב: דווקא גרשון סיראָטע.
אויב איר ווילט הערן אַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון דער תּפֿילה אין אַ ייִדישן פֿילם, הערט זיך צו צו משה אוישער. אָט קען מען זען די לעצטע סצענע פֿונעם פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟ אין וועלכן דער חזן יואל דוד שטראַשונסקי (געשפּילט פֿון משה אוישער) קערט זיך אום אַ שטאַרק קראַנקער אין זײַן שיל אין ווילנע, זינגט אויס „כּל נדרי‟ און גייט אויס.
נו, די מעלאָדראַמע איז בײַ ייִדן דווקא נישט געווען קיין חסרון…
This story “
https://forward.com/yiddish/432640/moyshe-oysher-performs-kol-nidre/