WATCH: Six great Yiddish Hanukkah recordings
מע קען הײַיאָר, צום באַדויערן, ניט פֿאָרן אויף קיין חנוכּה־שׂימחות. פֿון דעס וועגן קען מען פֿאָרט פּראַווען דעם יום־טובֿ אויף אַ הנאהדיקן אופֿן בשעת מע צינדט די ליכטעלעך.
ווי אַזוי קען מען טאַקע שאַפֿן אַ פֿריילעכע שטימונג? עס העלפֿט, קודם, אײַנצוקויפֿן שיינע ליכטעלעך. הײַיאָר האָב איך געקויפֿט אַ שאַכטל העלע גלאַנציקקאָלירטע ליכטעלעך, געמאַכט דורך דער פֿירמע „נר־מיצווה“ און איך קוק טאַקע אַרויס אויף די חנוכּה־נעכט, ווען איך וועל קוקן ווי די ליכטלעך צאַנקען אינעם שיינעם זילבערנעם חנוכּה־לעמפּל בײַ מײַן פֿענצטער פֿון עסזאַל.
דער חסידישער פּאָפּ־שטערן שלום לעמער זינגט אַ פּאָפּורי חנוכּה־לידער קאָמפּאָנירט דורכן לעגענדאַרן אַמעריקאַנער אַקטיאָר און חזן משה אוישער. ער ווערט באַגלייט פֿונעם „פֿריילעך־אָרקעסטער“ און דעם „שירה־כאָר“. איך האָב ספּעציעל ליב דעם סאַקסאָפֿאָן־אינטערלוד.
דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר“ האָט אויפֿגעפֿירט אַ פּרעכטיקן נוסח פֿון אַבֿרהם רייזענס ליד „ברוך־אַתּה“ מיט שיינער האַרמאָניעס בעת אַ קאָנצערט אין 2018 אינעם ”מערקין־קאָנצערט־זאַל“ בײַם ”לינקאָן־צענטער“. דעם ווידעאָ קען מען שפּילן סײַ מיט ייִדישע, סײַ מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.
אָט זינגט לאָרי כּהן־סײַמאָן, אַ ייִדישע זינגערין און צירונג־מאַכערין אין אָהײַאָ, אַ פּאָפּורי חנוכּה־לידער, אין אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל.
- Read full article, click here.