Ring in the Jewish New Year with a Yiddish song
וי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע אין דער אָרטיקער ייִדישער פֿאָלקסשול האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ ריי לידער אויף ענגליש, ייִדיש, העברעיִש און אַפֿילו אַ פּאָר אויף דזשודעזמע וועגן די ייִדישע יום־טובֿים, (די פֿאָלקסשול האָט צו יענער צײַט, צום באַדויערן, מער ניט געלערנט קיין ייִדיש). אויף וויפֿל איך דערמאָן זיך, האָבן מיר בלויז איין ראָש־השנה ליד געזונגען אויף ייִדיש: „לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר‟.
נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס דאָס ליד איז ניט ברייט באַקאַנט. ווי אַ קינד האָט זיך עס מיר געדוכט, אַז ס׳איז אַן אַלט פֿאָלקסליד. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס ליד גאָר ניט אַזוי אַלט. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם ייִדישן מוזיקאָלאָג חנה מלאָטעק ז׳׳ל אין די 1940ער אָדער 1950ער יאָרן ווען זי האָט געאַרבעט ווי אַ געזאַנג־לערערין אין אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסשולן. זי האָט אַדאַפּטירט די ווערטער פֿון שמואל צעסלערס אַ ליד. אָט דערקלערט זי אין אַן אינטערוויו מיט האַנקוס נעצקי ווי אַזוי זי האָט געשאַפֿן דאָס ליד:
- Read full article , click here.