קאָנצערט פֿון פֿאָלקסלידער געשאַפֿן פֿון פֿרויען
די אָנגעזעענע פֿראַנצייזישע פֿידל־שפּילערין און זינגערין עלעאָנאָר ביעזונסקי וועט זונטיק, דעם 27סטן אויגוסט, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט ייִדישע לידער, וואָס זענען במשך פֿון דער געשיכטע געשאַפֿן און געזונגען געוואָרן פֿון פֿרויען.
דער קאָנצערט, וואָס הייסט „ירושה‟, וועט פֿאָרקומען פֿון 7 ביז 9 אַ זייגער אין אָוונט אויף 376 נײַנטער גאַס אין ברוקלין. לאָרען בראָדי וועט מיטזינגען און שפּילן דעם אַקאָרדיאָן און יאָאַנאַ סטערנבערג וועט זינגען און באַגלייטן אויפֿן קאָנטראַבאַס.
די לידער האָט ביעזונסקי זיך אויסגעלערנט מיט יאָרן צוריק פֿון דער גרויסער פֿאָרשערין, זאַמלערין און זינגערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, ד״ר רות רובין ז״ל.
עליאָנאָר ביעזונסקי איז אַ קלאַסיש טרענירטע פֿידלשפּילערין וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחה אין פֿראַנקרײַך. זי איז שוין אויפֿגעטראָטן אין אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט איר קאַפּעליע, the Klezmographers אין איינעם מיט פּיט רושעפֿסקי אויפֿן צימבל, און אויך מיט the Shtetl Stompers צוזאַמען מיט אילן מאָס אויפֿן אַקאָרדיאָן און דזשאָאַנאַ סטערנבערג אויפֿן קאָנטראַבאַס אין ניו־יאָרק.
אין 2016 האָט עלעאָנאָר אַרויסגעלאָזט אַן אַלבום מיט איר קאַפּעליע „ירושה‟ דורכן „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿון ייִדישער מוזיק‟. איר קאַפּעליע, „שפּילקעס‟, וואָס געפֿיט זיך אין פּאַריז, האָט אַרויסגעגעבן דעם אַלבום „זאָל זײַן‟ אין 2014.
זי דינט אויך ווי אַ קלאַנג־אַרכיוויסטקע אין ייִוואָ.
עליאָנאָר איז טרענירט געוואָרן אין קלעזמער־פֿידל שפּילן דורך אַלישאַ סוויגאַלס, מײַקל אַלפּרט דבֿורה סטראַוס און אַנדערע. דעם אויטענטישן סטיל פֿון זינגען פֿאָלקסלידער האָט זי זיך געלערנט בײַ חיים אײַזאַקס און שורה ליפּאָווסקי אין פֿראַנקרײַך און בײַ לאָרין סקלאַמבערג, עטל ריים אין ניו־יאָרק און דזשאַש וואַלעצקי בײַם „ייִדיש זומער אין ווײַמאַר‟.
צו זען אַ מאַפּע פֿונעם לאָקאַל וווּ דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען קוועטשט דאָ: http://www.cityguideny.com/event/Barb-s-2017-08-27-2017-08-27
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/205508/concert-of-womens-yiddish-folk-songs/#ixzz4pNEEBwfI