Mayn Yiddishe Mame con la Budapest Gypsy Symphony Orchestra

605 414 admin

וען דער גרויסער אונגערישער־ציגײַנער דיריגענט און פֿידלער שאַנדאָר יאַרוקאַ איז געשטאָרבן אין 1985, איז די גאַנצע ציגײַנערישע מוזיק־וועלט געקומען צו זײַן לוויה. אַלע האָבן מיטגעבראַכט זייערע אינסטרומענטן, כּדי זיך צו געזעגענען מיט זייער גײַסטיקן פֿירער. פֿון דעם דאָזיקן אימפּראָוויזירטן קאָנצערט בײַם פֿרישן קבֿר אין אַ קאַלטן, רעגנדיקן טאָג איז געבוירן געוואָרן דער „בודאַפּעשטער ציגײַנערישער אָרקעסטער‟.

דער אָרקעסטער איז ספּעציעל באַקאַנט פֿאַר זײַנע לעבעדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿון פּאָפּולערע קלאַסיקער — בראַמס, סאַראַסאַטע, ליסט, שטראַוס און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַ קאָנצערט אין 2008, אונטער דער דיריגירונג פֿונעם „ערשטן פֿידלער‟ שאַנדאָר בופֿו ריגו, שפּילט דער אָרקעסטער אַן אינסטרומענטאַלן נוסח פֿונעם ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, ווי אויך פֿונעם העברעיִשן „הבֿאנו שלום עליכם‟.

Source: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/205523?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Oyneg%20Shabes#ixzz4pNCjlPC2

Leave a Reply

Your email address will not be published.