Shvigaro by Dudu Fisher
דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ ריי קאָנצערטן צוזאַמען מיטן תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟. די ספּעקטאַקלען האָט מען אַ נאָמען געגעבן „ייִדישפּיץ‟. ווי אַ טייל פֿון די פֿאָרשטעלונגען, האָט ער געזונגען גאָר אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע פּאַראָדיע פֿונעם ליד „לאַרגאָ־אַל־פֿאַקטאָטום‟ פֿון גיאָטשינאָ ראָסיניס אָפּערע „דער שערער פֿון סעוויל‟. דאָס ליד, בעסער באַקאַנט ווי „פֿיגאַראָ‟, איז מסתּמא צום־מערסטנס הײַנט באַוווּסט, אַ דאַנק זײַן ראָלע אין די אַנימירטע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַזוי ווי „טאָם און דזשערי‟.
אינעם הומאָריסטישן ייִדישן נוסח, מיט ווערטער פֿון פּסח בורשטיין און דייב קאַש, ווערט דער שערער „פֿיגאַראָ‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ שדחן מיטן נאָמען משה קענט און אַנשטאָט צו באַרימען זיך מיט די פֿריזורן, וואָס ער שאַפֿט, באַרימט ער זיך מיט די שידוכים, וואָס ער פֿירט אַדורך. דער באַקאַנטער רעפֿריין „פֿיגאַראָ‟ ווערט אויך פֿאַרוואַנדלט אין „שוויגאַראָ‟, אַן אַבסורדישן רעפֿערענץ צום וויכטיקייט פֿון דער שוויגער אינעם ייִדישן פֿאָלקס־הומאָר.
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/194806/#ixzz41DXxBtEC