“Hey Tziguele”, performed and composed by Jave Alberstein
Source: Forward
“Hey Tziguele”, performed and composed by Jave Alberstein.
פֿאַראַכטאָגן האָט מען געשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ, אין וועלכן חווה אַלבערשטיין זינגט מרדכי געבירטיגס „היי ציגעלעך“ אַקאַפּעלאַ אויף אַ קאָנצערט אין דײַטשלאַנד אין 1989. כאָטש איר נוסח איז אַ ביסל מער הײַנטצײַטיק ווי עפּעס וואָס מע וואָלט אַמאָל געהערט אין פּוילן, איז די מוזיק פּונקט די זעלביקע, וואָס געבירטיג האָט אַרויסגעגעבן אין די 1920ער יאָרן. אַ מער טראַדיציאָנעלע ווערסיע קען מען הערן אין אָט דער רעקאָרדירונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער דוד עלען.
מע הערט אָפֿט פֿון מענטשן וואָס זאָגן אַז זיי האָבן ליב ייִדישע לידער אַזאַ זאָג: „איך פֿאַרשטיי ניט קיין ייִדיש, אָבער אַז איך הער זיך צו צו ייִדישע לידער, דוכט זיך מיר אַז איך פֿאַרשטיי יעדעס וואָרט“. ס׳איז אַוודאי אמת, אַז די שטימונג פֿון אַ ליד קען מען אָפֿט כאַפּן דורך דער מוזיק — אָבער איך צווייפֿל, צי עמעצער וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, וואָלט געקענט טרעפֿן, אַז דאָס ליד „היי ציגעלעך“, רעדט וועגן אַ מיתה־משונה.
סײַ ציגן, סײַ וואַסער פֿיגורירן אָפֿט אין דער ייִדישער מוזיק ווי צווייטײַטשיקע סימבאָלן. דאָס וואַסער רעפּרעזענטירט, פֿון איין זײַט — געבורט, באַנײַונג, ליבע און האָפֿענונג, און פֿון דער אַנדערער זײַט — טויט. דער ציג אָדער אַ סטאַדע ציגן, דינט אויך אָפֿט ווי אַ סימבאָל סײַ פֿאַר געבורט און יוגנט, סײַ פֿאַר אימה און הילפֿלאָזיקייט.
Read full article, click here.