Hasidic music video portrays the Holocaust and the Redemption
June 4, 2020/ByJewish Website/In/0 Comment
Source: Forverts
בײַם ערשטן בליק אויף אַבֿרהם מרדכי שוואַרצס מוזיק־ווידעאָ פֿאַרן ליד „מנן ומאן“ בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן, ווײַל להיפּוך צו ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע חסידישע ווידעאָס אַזעלכע, ווײַזט עס בילדער פֿונעם ייִדישן אַמאָל. שיין צונויפֿגעשטעלט, רופֿן די פֿאָטאָגראַפֿיעס אַרויס אַ געוויסע נאָסטאַלגיע, און זענען אַ קאָנטראַסט מיטן מאָדערנעם סטיל פֿון דער מוזיק גופֿא. כאָטש די ווערטער „חורבן“ אָדער „לאַגער“ ווערן בכלל ניט דערמאָנט, כאַפּט מען גלײַך בײַם קוקן דעם ווידעאָ, אַז דאָס האָט ער געהאַט אין זינען בײַם שרײַבן דעם טעקסט.
געוויינטלעך האַלט איך אַז עלעקטראָנישע מוזיק און „אַוטאָטון“ פּאַסן ניט אַ ייִדיש ליד, אָבער עס זענען תּמיד דאָ אויסנאַמען. די מוזיק האָט טאַקע סײַ אַ מאָדערנעם קלאַנג, סײַ אַן עכטן ייִדישן ח