Bay Mir Bistu Sheyn, By Tatiana Amirov (V1)
גלײַך בײַם אָנהייב פֿון איר אייגנאַרטיקן נוסח פֿון „בײַ מיר ביסטו שיין‟ האָבן די ריכטער פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־סעריע „קול פֿון אוקראַיִנע‟ זיך צעטאַנצט אין זייערע שטולן, און גערן געוואָלט, אַז טאַטיאַנע אַמיראָוואַ זאָל ווערן אַ טייל פֿון זייער מאַנשאַפֿט.
אַמיראָוואַס דזשעז־נוסח פֿונעם ליד האָט באַקומען אַ שטייענדיקע אָוואַציע, אָבער אַפֿילו מער פֿונעם ליד אַליין האָבן מיר באַמערקט דעם פֿאַקט, אַז די 22־יעריקע אָדעסער אײַנוווינערין האָט אויך פֿאָרגעשטעלט אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אירע ייִדישע וואָרצלען און די ייִדישע טראַדיציעס, וואָס זי האַלט פֿעסט.
פֿילמירט אין איר שיל און בײַ זיך אינדערהיים, ווײַזט דער פֿילם ווי אַמיראָוואַ דאַוונט און פֿאַרבראַכט מיט איר באָבען. „איך האָב אַ גרויסע, פֿרײַנדלעכע און פֿריילעכע ייִדישע משפּחה‟, דערקלערט זי אויף רוסיש. „איך בין זייער צופֿרידן, וואָס איך בין אַ ייִדישע טאָכטער‟.
אָנגעטאָן אין צניעותדיקע קליידער, רעדט אַמריאָוואַ וועגן דעם, ווי אַזוי זי רעספּעקטירט און האַלט אויף די ייִדישע טראַדיציעס; זי וויל זיך טיילן מיט איר קולטור מיט דער וועלט. ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַמיראָוואַ איז ניט דער איינציקער ייִד אויף דער פּראָגראַם: איינער פֿון די ריכטער האָט זי גלײַך געפֿרעגט „את מדברת עבֿרית?‟. נאָך אַ ריכטער האָט געפֿרעגט, צי „אַלצדינג איז ’בסדר‘‟.
„יעדער איינער קלײַבט אויס אַ באַקאַנט ליד, אָבער איר האָט דאָך אויסגעקליבן אַן אוניקאַל ליד‟ האָט איינער פֿון די ריכטער באַמערקט.
„איך בין דערצויגן מיט ייִדישע טראַדיציעס‟, האָט אַמיראָוואַ געענטפֿערט. „ס׳איז מיר אַ כּבֿוד אויפֿצולעבן די ייִדישע קולטור, וועלכע אַ סך מענטשן געדענקען, ליידער, ניט הײַנט צו טאָג‟.
Yiddish Foward
Bay mir bistu sheyn
Kh’vel dir zogn, dir glaykh tzu hern
Az du zolst mir libe derklern
Ven du redst mit di oygn
Volt ikh mit dir gefloygn vu du vilst
S’art mikh nit on
Ven du host a bisele seykhl
Un ven du vaytzt dayn kindershn shmeykhl
Vendu bist vild vi indianer
Bist afile a galitsianer
Zog ikh: dos art mikh nit.
Bay mir bistu sheyn,
Bay mir hos tu heyn,
Bay mir bistu eyner oyf der velt.
Bay mir bistu sheyn,
Bay mir hostu heyn,
Bay mir bistu tayerer fun gelt.
Fil sheyne meydlekh hobn gevolt nemen mir,
Un fun zey ale oysgeklibn hob ikh nor dikh.