Justin Bieber in Yiddish
https://www.youtube.com/watch?v=3SmMaMysSfk
ווערטערשפּיל אויפֿן וואָרט „בת־קול‟) אויף זײַן ברודערס חתונה געוואָרן אַ סענסאַציע אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.
דער ווידעאָ, וואָס מע האָט שוין געזען מער ווי 400,000 מאָל, איז בײַ ס׳רובֿ מענטשן מחוץ דער חסידישער וועלט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זיי האָבן זיך באַקענט מיטן טאַלאַנטירטן זינגער און פּראָדוצירער. „בס־קול‟ איז אָבער געווען נאָר דער לעצטער אין אַ סעריע שלאַגערס, וואָס מאַיעס האָט געשאַפֿן דורכן צופּאַסן ייִדישע ווערטער צו אַ באַקאַנטן פּאָפּ־ליד אויף ענגליש אָדער העברעיִש. די נײַע ייִדישע נסוחאָות זענען ניט קיין איבערזעצונגען, נאָר גיכער אַדאַפּטאַציעס: אַנשטאָט צו זינגען וועגן סעקס, געלט, פֿאַרלוירענע ליבע אָדער אַנדערע זאַכן וואָס זענען ניט פּאַסיק פֿאַרן פֿרומען עולם, גיבן איבער די לידער דבֿרי־חיזוק. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט מאַיעס, צוזאַמען מיט זײַן געוועזענעם מוזיקאַלישן שותּף דודי קאַליש, אַרויסגעלאָזט אַ ריי פּאָפּולערע ייִדישע לידער, באַזירט אויף פּאָפּ־לידער פֿון אַזעלכע גרויסע זינגער ווי מײַקל דזשעקסאָן, מאַדאָנע, „פֿיפֿטי־סענט‟, און אינעם פֿאַל פֿון „בס־קול‟ — דעם רעפּ־אַנסאַמבל „פֿיטס האַרמאָני‟.
פֿאַראַכטאָגן האָט מאַיעס, צוזאַמען מיטן מוזיק־פּראָדוצירער שׂרולי ברונכר, אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד, אַ ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿון דזשאָסטין ביבערס ריזיקן שלאַגער Love Yourself (ליב זיך אַליין) מיטן נאָמען „מײַן מאַמע‟. די ווערטער, פֿון חיים־אַלטער פּאַנעט, זענען גאַנץ ענלעך צום ענגלישן אָריגינאַל, אָבער אַנשטאָט צו באַשרײַבן ווי אַ בחור צעגייט זיך מיט אַ מיידל, זינגט מאַיעס וועגן דעם, ווי ער צעשיידט זיך פֿון אַן אַלטן פֿרײַנד. כאָטש ער זינגט וועגן אַ פֿרײַנד און ניט אַ מיידל, איז דאָס שוין אַליין פֿאַר זיך אַ היפּש ביסל נאָוואַטאָריש. געוויינטלעך הערט מען אין דער חסידישער מוזיק בלויז וועגן דער סאַמע־פּאָזיטיווסטע אַספּעקטן פֿונעם לעבן און ניט וועגן קיין רײַבונגען צווישן חבֿרים. ס׳איז דווקא גוט צו הערן עפּעס אַחוץ די געוויינטעלכע לויבן פֿאַרן באַשעפֿער און לײַכטער קאָמעדיע. אַ מאָל דאַרף מען אויך זינגען וועגן די שוועריקייטן אינעם לעבן.
דערצו איז דאָס ליד גוואַלדיק שיין און ווײַזט בולט אָן פֿאַר וואָס מאַיעס, מיט זײַן טיפֿער באַסאָווער שטים, בלײַבט אַ שטערן פֿון דער חסידישער פּאָפּ־מוזיק. לויט מײַן באַשיידענער מיינונג איז עס אַפֿילו נאָך שטאַרקער ווי דזשאָסטין ביבערס אָריגינאַל. אפֿשר בין איך אָבער נאָר פֿאַרכּישופֿט פֿון דעם, וואָס ס׳איז אויף אַ שיינעם ייִדיש.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197938/justin-bieber-in-yiddish/#ixzz4FYGnwgPI